במאי דדבוק בר נש בהאי עלמא הכי בההוא עלמא. וויא אזוי דער מענטש איז אין גופניות אזוי איז ער אין רוחניות. פין דעסט וועגין באיין דאוונען דארף מען ניט האבין קיין חשבונות. מיא בידארף האבין התחזקות אין דער עבודה. סיא זאל ציהען קוריק פין אנדערע זאכין. המגיד ה"ק מזלאטשיב זצוקללה"ה אמר דער יצה"ר איז איין מאל גיקומען צוא אים בשעת דעם דאוונען האט ער אים גיהייסין קומען צום עסין. באיין דאוונען דארף מען קיין חשבונות ניט האבין. הרב הק' רש"ק זצוקללה"ה שאל פ"א לא"א מו"ר זצ"ל ווען ביסטו גיקומען צום דאוונען. האט ער אים גיענטפערט ער איז גיקומען אין דער קרעטשמע פון רננו צדיקים. והשיב לו הרב רש"ק הנ"ל ביסט גירעכט אז מיא פארט פארט מען. אז מיא שטייט קוקט מען זיך ארוס טאמער פעלט עפיס. ווארים אז מיא שטעלט זיך אין מיטין וועג בלייבט מען הינטער שטעליג. אזוי כ"ז מיא דאווינט טאר מען ניט האבין קיין חשבון. אין מדות דארף מען יוא האבין איין חשבון. אזוי וויא דיא הייליקע מדות נעמין זיך איינע פין דער אנדערער. דאגה בלב איש ישיחנה. ער זאל זיא אויס דאוונען. א"א מו"ר ז"ל אמר ווילסט מיט מיר ריידן רייד מיט מיר אין דאוונען. עוד ישיחנה ער זאל דיא דאגה נידיריק מאכין זאל זיך ניט צוא שפרייטין אין אילע אברים חס ושלום. באתרא דליעול ירקא ליעול בשרא וכוורי. אויף דעם אורט וואש מיא ברעכט דיא קאפ אויף נארישע חשבונות בעסער זאל מען דאוונען אין לערנען פריש אין לעבידיק. דיא ערשטו תפלה דארף מען מתפלל זיין לפני השי"ת מיא זאל פאר געסין וואש מיא האט איין נארישקייט אויף זיך. דער האלטין איין מחשבה ריין איז נאר בשמחה. מחשבה אותיות בשמחה:
בית אהרן, ליקוטים, מר' אהרן מקארלין 70
Beit Aharon, Miscellany, R' Aharon (the Second) of Karlin 70
Standard
AI-generated narration
Text editions & licenses
Beit Aharon, Brody, 1875. · Public Domain · Edition source
Text supplied by SefariaFormatting adapted for this reader; original wording retained.
