Translate this website
ב״ה
← Library

בית אהרן, ליקוטים, מר' אהרן מקארלין 75

Beit Aharon, Miscellany, R' Aharon (the Second) of Karlin 75

Standard

AI-generated narration

1

תשובה צוא מתקן זיין בעולמות עליונים איז ניט אונזער ערך. אונזער תשובה איז צוא מתקן זיין זיך אליין אלהבא. תעניתים וסגופים ניצון מיר ניט נאר מיט ג' תנאים. איין גיזינטר מענטש. און איין גראבע עבירה ח"ו. און אין דיא קליינע טעג. גיבין מיר יוא איין מאהל רשות צוא חאפין איין מאל איין תענית. און דאס אז מען זאל טרינקען ווארעמס פאר טאג. און דאס ניט מיר האלטין דער פון נאר כדי ער זאל ניט אריין פאלין אין עצבות ומ"ש ח"ו. עצבות חלילה בריינגט צוא אלץ. איך וויל אזוי פיל ניט זאגין. הרופא לשבורי לב ומחבש לעצבותם. מיט איין שטיקל פרושקייט קאן מען אלץ אריבער גיין. כי זה מעשה בע"ד מען זאל זיך בירעכינען וואס מיא האט גיטאן עד עכשיו וסוברים שמתקנים ואדרבה זה מניעת הטוב. איין מאל אין טאג אודער איין מאל אין דער וואך אודער איין מאל אין חודש זאל מען זיך בירעכינען דעם אמת פון דער זאך. ווארום מיא זאל ווארטין ביז מען וועט פאריכטין איז ניט היינטיקע כחות און מוחות. אין מיינסטין וואס מיא טראכט דערינען בלאנקעט עס זיך:

Text editions & licenses

Beit Aharon, Brody, 1875. · Public Domain · Edition source

Text supplied by Sefaria

Formatting adapted for this reader; original wording retained.

Study companion