דער מקור איז אמונה בצדיקים ובפרט אין דעם צדיק וואש מיא פארט צוא אים. אין דעם חיות וואס ער טוט אריין און דעם דאוונען אין דעם לערנען. אין יו"ט אין ר"ח. אודער ער האט שוין גינומען אודער ער דארף צוא נעמין. דברים העומדים ברומו של עולם. דער פשט איז דברים העומדים ומעמידים את האדם ברומו של עולם. ואשר משרתיו כולם עומדים ברום עולם. אז מיא שטעלט זיך פאר איין משרת באיי גאט ב"ה איז שוין עומדים ברום עולם. לאמיר קלערין אז מען האט ניט קיין חיות וואס איז דען. דינט גאט כשור לעול וכחמור למשא. קדש לי כל בכור. הייליק צוא מיר דיא מחשבה. דאס הייליקייט פון דיא רצועות. און פון דיא בתים. און פון דיא קשרים. און פון דיא פרשיות. דאס נעמט אלץ אויף זיך איין יוד. איין יוד דארף דיינקען גאט ב"ה אלע שעה און אילע רגע פאר בריאות. פאר גופניות ווייסט דאך איטליכער אז מיא דארף מכיר בטובה זיין. און פאר רוחניות דארף מען פשיטא מכיר בטובה זיין. דער עיקר איז דער דבור. עס איז פאראן איין העכירע זאך. מחשבה. פון דעם דבור קומט אין דער מחשבה. מצר תצרני רני פלט תסובבני. זאלסט אונז אפ היטן פון איין צרה. פון דעסט וועגין וועלין מיר דיר זינגען דאס גיזאנג פון אנטרינונג: והיה כי תבא מיט שמחה קאן מען קומען. וואס איז דיא שמחה אז מיא איז זוכה צוא זאגין פאר השי"ת הייליקע ווערטער בהתקשרות לצדיקים. ולקחת מראשית. ראשית איז חכמה. כל פרי אלע מערינג פון עשיות ודבורים. אשר תביא מארצך פון דיין ארציות. היום הזה אנכי מצוך לעשות. דוא זאלסט מאכין דעם טאג איין מחשבה. אגאנצין טאג זאל מען זיך בירעכינען פון וואנען סיא נעמט זיך. פילט ער עפעס מיט איר צוא האלט ער דער באיי צוא קער ער זיך אן דער מיט. פון אום גיין במחשבה אליין אן עשיה האלטין מיר גאר ניט דער פון. דאס איז ניט לאנשים כערכינו נאר האריוואנע. ואמר שכלל הדברים שדברנו כבר אמורים ומפורשים בקדושה בשו"ת הרדב"ז ח"ג סי' תע"ב. ובספר החינוך פ' בא בפסוק ועצם לא תשברו בו. ואידך פירושא זיל גמור:
בית אהרן, ליקוטים, מר' אהרן מקארלין 79
Beit Aharon, Miscellany, R' Aharon (the Second) of Karlin 79
Standard
AI-generated narration
Text editions & licenses
Beit Aharon, Brody, 1875. · Public Domain · Edition source
Text supplied by SefariaFormatting adapted for this reader; original wording retained.
