בשם הרב הק' רש"ק זצוקללה"ה מועתק בלשונו הק'. אום שבת זאל מען אומיטיג זיין בתמיה. מיא גיהער זיך זייער שעמען פאר שבת. אזוי וויא שבת איז גרויס זאל איך ניט הארכין. בתמיה. דיא פעולה איז דער פון אז מען שעמט זיך אויף דער וועלט פאר שבת. אז מיא קומט אויף ייעניר וועלט איז פאראן אזוי איין מענטש וואש ער איז מקיים כל התורה ומצות. נאר ער האט ניט גיהאט דעם תענוג און דעם ברען. קומט ער אהין הייסט מען אים אריין אין ג"ע נאר ער האט ניט גיפילט דעם תענוג אויף דער וועלט. פילט ער דארט אויך ניט דעם תענוג פון ג"ע. ווער עס איז איין נאר איז ער מתרעם. וואס איז דער לייארים פון ג"ע. גיט מען אים אווארף. דאס איז אים ערגער פון כל המיני יסורים כו'. ביז ער מוז אן קומען צוא איין צדיק פון דער וועלט ער זאל אים איין טובה טאן. דיא פעולה פון דעם ווער סע שעמט זיך אויף דער וועלט פאר שבת. שבת מעין עוה"ב. קומט ער צום שכל ער זאל דארט זיך אויך שעמען. וואס טייטש. ג"ע איז דאך אזוי גרויס און איך הער דאס ניט. העלפט אים גאט ער זאל דארט דער הארכין:
בית אהרן, ליקוטים, מר' אהרן מקארלין 83
Beit Aharon, Miscellany, R' Aharon (the Second) of Karlin 83
Standard
AI-generated narration
Text editions & licenses
Beit Aharon, Brody, 1875. · Public Domain · Edition source
Text supplied by SefariaFormatting adapted for this reader; original wording retained.
